0 Meanings
Add Yours
Follow
Share
Q&A

Di Krenitse Lyrics

דאָרט װי גראָזן זײַנען נאַסער
שטײט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט
קומען מײדלעך ציִען װאַסער
מיט די עמער אַלע נאַכט

אונטער זון װי װײַסע בערן
װאַקסן טעג אין גרױסן סאָד
און אין װײַטקײט פֿון די שטערן
טאַנצן יאַטן אין אַ ראָד

פֿון די סטעפּעס װינטלעך בלאָזן
און אַ פֿײַערל דערברענט
קומען מײדלעך אױף די גראָזן
מיט די עמער אין די הענט

װערט לבֿנה בלאַס און בלאַסער
ערגעץ פּױקט מען אין דער נאַכט
דאָרטן װוּ גראָזן זײַנען נאַסער
שטײט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט
0 Meanings

Add your song meanings, interpretations, facts, memories & more to the community.

Add your thoughts...
Questions and Answers

Ask specific questions and get answers to unlock more indepth meanings & facts.

Ask a question...