0 Meanings
Add Yours
Follow
Share
Q&A
Shnirele Perele Lyrics
שנירעלע פּערעלע גילדערנע פֿאָן
מעשיִעך בן דוד זיסט אױבן אָן
האַלט אַ בעכער אין דער רעכטער האַנט
מאַכט אַ ברכה אױפֿן גאַנצן לאַנד
אױ, אָמן ו'אָמן דאָס איז װאָר
מעשיִעך װעט קומען הײַנטיקס יאָר
װעט ער קומען צו פֿאָרן
װעלן זײַן גוטע יאָרן
װעט ער קומען צו רײַטן
װעלן זײַן גוטע צײַטן
װעט ער קומען צו גײן
װעלן די ייִדן אין ארץ ישׂראל אײַנשטײן
מעשיִעך בן דוד זיסט אױבן אָן
האַלט אַ בעכער אין דער רעכטער האַנט
מאַכט אַ ברכה אױפֿן גאַנצן לאַנד
אױ, אָמן ו'אָמן דאָס איז װאָר
מעשיִעך װעט קומען הײַנטיקס יאָר
װעלן זײַן גוטע יאָרן
װעט ער קומען צו רײַטן
װעלן זײַן גוטע צײַטן
װעט ער קומען צו גײן
װעלן די ייִדן אין ארץ ישׂראל אײַנשטײן
Add your song meanings, interpretations, facts, memories & more to the community.