וועלכעס מיידל ס׳נעמט א בחור
איז ניט ווערט א דרייעל
ער ווערט גיין אין דער מלחמה
אין דעם ערשטען פייער

און דאס הארץ איוס קלאפּן קלאפּן
וועט פאר פּיין און ווייטיק
דאס איז אמת אונטער אייכל
ווי ס׳איז איצטער פרייטיק

און א מיידל אָן א בחור
איז ניט ווערט א גראשן
ס׳וועט איר לעבּן ווי א ליכטל
ווערן אויסגעלאשן

וואס זשע טוט מען
קענסטו אפשר
מיר אן עצה געבּן

ס׳דארף א מיידל צוויי בחורים
נויטיק ווי דאס לעבן

איינער אויפן שלאכטפעלד וועט זיך
מיטן שֺונא שלאָגן
און דער צווייטער וועט זיין לייבּן
אין אנטקעגן טראגן


Lyrics submitted by Mellow_Harsher

Velkhes Meydl S'nemt A Bokher song meanings
Add your thoughts

No Comments

sort form View by:
  • No Comments

Add your thoughts

Log in now to tell us what you think this song means.

Don’t have an account? Create an account with SongMeanings to post comments, submit lyrics, and more. It’s super easy, we promise!

Back to top
explain