זיצט די עלטער ניט געשמאַק
זאָגן אלע זקנים
די דעמבעס קומט די האק,
אין אַ טאג אַ שיינעם
ווען די דעמבעס ווערן אלט
פאַלן זיי אין מיטן וואַלד.

ווערט דער שטאָלצער אָדלער אַלט,
איז זייַן שוווּנג אַ ליגן
און דער אלטער לייב אין וואַלד,
זיצט און כאַפּט זיך פליגן
שטאַרקע לייבן ווערן אלט
פאַלן זיי אין מיטן וואַלד

אַף דער עלטער איז ניט גוט
זאָגט מען אַף דער עלטער
קעלטער ווערט דאס הייזע בלוט
פויגלען ווערן עלטער
פלינקע פויגלען ווערן אלט
פאַלן זיי אין מיטן וואַלד.

אַף דער עלטער ווערט מען אַלט,
קילער ווערט דער פלאַקער
נאר דער וויין ווען ער איז אלט
איז ער נאך געשמאַקער.
נאר דער אלטער וויין איז גוט
זאָל ער וואַרעמען דאס בלוט.

וועט מיין האַרץ ניט ווערן גרוי
וועט מיין וואָרט ניט קילן
וועט אין וועג דער קאלטער טוי
מייַן געזאַנג ניט שטילן
אויבּ כ׳וועל מוזן אַלט שוין זייַן,
וויל אין אלט זיין ווי דער וויין

בּיז אין עלטער האט איר שטויב
אף מייַן קאָפּ פאַרלאָרן,
טוט דעם אַלטן ווייַן אַ הויבּ,
פאר די יונגע יאָרן.
פאַרן אייבּיק גרינעם וואַלד,
פאַרן מענטש, איר ווערט נאַכט אַלט


Lyrics submitted by Mellow_Harsher

Di Elter song meanings
Add your thoughts

No Comments

sort form View by:
  • No Comments

Add your thoughts

Log in now to tell us what you think this song means.

Don’t have an account? Create an account with SongMeanings to post comments, submit lyrics, and more. It’s super easy, we promise!

Back to top
explain