מייַן שוועסטער חייַה מיט די גרינע אויגן
מייַן שוועסטער חייַה מיט די שוואַרצע צעפּ
די שוועסטער חייַה, וואס האט מיך דערצויגן
אויף סמאָטשע-גאַס, אין הויז מיל קרומע טרעפּ

די מאַמע איז אַוועק פון שטוב באַגינען
ווען אויפן הימל האט ערשט קוים געהעלט
זי איז אַוועק אין קראָם אַרייַן פאַרדינען
דאס בּידנע-דראָבּנע גראָשעדיקע געלט

און חייַה איז געבּליבּן מיט די בּרידער
און זי האט זיי געקאָרמעט און געהיט
און זי פלעגט זינגען זיי די שיינע לידער
פאר נאכ׳ל ווען קליינע קינדער ווערן מיד

מייַן שוועסטער חייַה מיט די גרינע אויגן
מייַן שוועסטער חייַה מיט די לאַנגע האָר
די שוועסטער חייַה, וואס האט מיך דערצויגן
איז נאָך ניש אלט געווען קיין צענדלינג יאָר

זי האט גערוימט, געקאָכט, דערלאַנגט דאס עסן
זי האט געצוואָגן אונדז די קליינע קעפּ
נאר שפּילן זיך מיט אונדז האט זי פאַרגעסן
די שוועסטער חייַה מיט די שוואַרצע צעפּ

מייַן שוועסטער חייַה מיט די אויגן גרינע
א דייַטש האט אין טרעבלינקע זי פאַרבּרענט
און איך בּין אין דער אידישע מדינה
דער סאמע לעטסטער, וואס האט זי געקענט

פאר איר שרייבּ איך אויך אידיש מיינע לידער
אין טעג די שרעקלעכע פון אונדזער צייַט
בּיי גאט אַליין איז זי א בּת־יחידה
אין הימל זיצט זי בּיי זייַן רעכטער זייַט

פאר איר שרייבּ איך אויך אידיש מיינע לידער
אין טעג די שרעקלעכע פון אונדזער צייַט
בּיי גאט אַליין איז זי א בּת־יחידה
אין הימל זיצט זי בּיי זייַן רעכטער זייַט


Lyrics submitted by Mellow_Harsher

Mayn Shvester Khaye song meanings
Add your thoughts

No Comments

sort form View by:
  • No Comments

Add your thoughts

Log in now to tell us what you think this song means.

Don’t have an account? Create an account with SongMeanings to post comments, submit lyrics, and more. It’s super easy, we promise!

Back to top
explain